שבת חי אלול (תש"ג)
הפטורה : ויהי דבר גו' הלדרוש אותי.
שיעורים: חומש: תבא, שביעי עם פירש"י..
תהילים: פח-פט. נב-נד.
תניא: והנה כ"ז ... שיתבאר במקומן.

לששי עולה הבעל קורא, ומעצמו.

יום הולדת את הבעש"ט בשנת תנ"ח. יום שנתגלה אליו מורו ורבו הק' - תפ"ד. יום שנתגלה הבעש"ט - תצ"ד.

יום הולדת את רבינו הזקן - תק"ה.

תוכן תורת הבעש"ט בש"פ תבוא ח"י אלול תרנ"ב אחר קבלת שבת: והי' כי תבוא אל הארץ וגו'. ארץ ל' מרוצה ול' רצון כדאיתא במדרש. אז דו וועסט צוקומען צום רצון וואס איז א מתנה מלמעלה און בירושה בכל אחד מישראל, איז די עבודה דארף זיין וישבת, אראפטראגען אין התישבות, ולקחת גו' ושמת בטנא, ממשיך זיין אורות בכלים, והלכת אל המקום אשר יבחר ה' אלקיך, א איד דארף וויסען אז ער גייט פון איין ארט אין דעם אנדערען, איז ניט ער גייט אליין נאר מ'פירט איהם מלמעלה, און די כוונה איז לשכן שמו שם, אוף מפרסם זיין אלקות אין דעם ארט וואו ער איז.

אחר תפלת ערבית חזר עוד הפעם תורה הקודמת ומוסיף: והי' כי תבוא גו' בכדי דו זאלסט צוקומען צום רצון כו', איז דאס דורך דעם אז והלכת אל המקום גו' לשכן שמו שם, זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף מפרסם זיין דארטין אלקות, מיט וואס איז מען מפרסם אלקות, מיט א ברכה און א פסוק תהלים.