| יום שישי | ב אייר, יז לעומר | (תש"ג) |
| שיעורים: | חומש: קדושים, שישי עם פירש"י. | |
| תהילים: י-יז. | ||
| תניא: רק שאעפ"כ ... וכנודע. | ||
יום הולדת את אאזמו"ר [אדוני אבי זקני מורי ורבי] - בשנת תקצ"ג.
צו זיבען יאהר האט עם אמאל דער צ"צ [צמח צדק] פארהערט. דער זיידע האט געמאכט אזוי גוט, אז זיין מלמד איז זייער נתפעל געווארען, האט זיך ניט געקענט איינהאלטען און געזאגט דעם צ"צ [צמח צדק]: הא, וואס זאגט איהר, ער מאכט גוט. דער צ"צ [צמח צדק] האט איהם געענטפערט: וואס איז די התפעלות, אז תפארת שבתפארת מאכט גוט.
הוסיפו תגובה