יום שישי ו כסלו (תש"ד)
שיעורים: חומש: ויצא,שישי עם פירש"י.
תהילים:לה-לח.
תניא: ועוד זאת... 'קנז' לא יראו.

אאמו"ר [אדני אבי מורי ורבי] אמר: קריאת שמע שעל המטה איז, אין זעיר אנפין, ווי דער ווידוי וואס קודם צאת הנפש מהגוף. נאר יעמאלט גייט מען שוין אינגאנצען אוועק פון יריד, און עס ענדיגט זיך שוין דער מסחר פון היום לעשותם, און אין קשעהמ"ט [קריאת שמע שעל המטה] פון יעדער נאכט האלט מען נאך אין מיטן יריד, און מען קען נאך אויפטאן.