יום חמישי כו תמוז (תש"ג)
שיעורים: חומש: מטו"מ,חמישי עם פירש"י.
תהילים:קיט, מה...לא שכחתי.
תניא: והאיך... בתשובה כנודע.

אין לערנען איז די איבערגעגעבענקייט פון מענטשען צו א זאך, וועלכע ער וויל פארשטיין און פארשטייט. אין דאוונען איז די איבערגעגעבענקייט צו העכער ווי פארשטאנד.

אין לערנען תורה פילט זיך א איד ווי א תלמיד בא א רבי'ן, אין דאוונען - ווי א קינד בא א פאטער.