יום חמישי כז אדר א (תש"ג)
שיעורים: חומש: ויקהל, חמישי עם פירש"י.
תהלים: קכ-קלד.
תניא: אבל מי - '82' אהבת ריעים.

אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי] אמר: אמת איז דרך המיצוע, א נטי'ה לימין אויף מחמיר זיין אויף זיך און געפינען אין זיך חסרונות, אדער עניני עבירות, וואס ניט ווי דער אמת איז, אדער א נטי'[ה] לשמאל, מקיל זיין זיך, מכסה זיין אייגענע חסרונות, אדער מקיל זיין אין עניני עבודה מצד אהבת עצמו, זיינען ביידע פאלשע דרכים.