שבת ז תמוז (תש"ג)
שיעורים: חומש: חוקת, שביעי עם פירש"י.
תהילים: לט-מג.
תניא: פרק יא. והנה... '176' בלבו.

אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי] אמר: חסידות איז נעוץ תחלתן בסופן וסופן בתחילתן, די דרגא פון עיגולים מבלי אשר ימצא ראש וסוף, אבער אחר כל זה איז דער עיקר איז סדר.

דער בעש"ט [בעל שם טוב] איז געווען א מסודר, דער מעזריטשער האט מדקדק געווען אויף סדר, און דער עלטער זיידע - רבינו הזקן - האט געלערענט חסידים זיי זאלען זיין מסודרים, דאס זעהט מען אין זיינע מאמרים, בריף, ניגונים. די חסידים וואס האבען געהאט א זמן קבוע אויף קומען אין ליאזנא - דערנאך אין ליאדי - האבען ניט געהאט קיין רשות בייטען דעם זמן אן א רשיון פון רבי'ן, אויף באקומען א רשיון האט מען געדארפט זאגען א טעם.

באם רבי'ן איז געווען א ועד מיוחד אויף פיהרען סדר החסידים ובראשו מהרי"ל [מורנו הרב ר' יהודה לייב] אחי רבינו, און א באזונדער ועד אויף אנפירען מיט חסידישע יונגעלייט ובראשו אדמו"ר [אדוננו מורנו ורבנו] האמצעי.