שבת | ט סיון | (תש"ג) |
שיעורים: | חומש: נשא, שביעי עם פירש"י. | |
תהילים: מט-נד. | ||
תניא: וכ"ש... '154' הבריאה. |
די וועלט דארף האבען טהרת האויר. טהרת האויר איז נאר דורך אותיות התורה. די אותיות שבתורה זיינען א שמירה כללית און א שמירה פרטית. חלוקת השתא סדרי משנה [בעל-פה] איז א "ובלכתך בדרך"'דיקער. די משנה משניות וואס מען וועט חזר'ן וואו מען וועט זיין, אין וואס פאר א פלאץ מען וועט זיין, וועט באלייכטען די פארבינדונג פון ישראל מיט קוב"ה [קודשא בריך הוא]. משנה איז אותיות נשמה. עס איז זייער שווער צו געפינען די ווערטער אויסצודריקען דעם גרעסטען תועלת בעזה"י [בעזרת ה' יתברך] אין דער שמירה כללית און דער שמירה פרטית, וואס דער כסדר'דיגער חזר'ן משניות וועט בעזה"י [בעזרת ה' יתברך] בריינגען. און עס פעלען אויס די ווערטער צו באשרייבען דעם גרויסען נחת רוח, וואס מען וועט פארשאפען דעם בורא עולם ב"ה [ברוך הוא].