יום שני יז אדר א (תש"ג)
שיעורים: שיעורים: חומש: תשא, שני עם פירש"י.
תהלים: פג-פז.
תניא: והנה באמת. '76' בתולדתו.

א סך יאהרען נאך פאר פעטערבורג (המאסר שם בשנת תקנ"ט), איז דער אלטער רבי אמאל ארויס צום עולם און האט געזאגט: אין גן עדן דערהערט מען די טייערקייט פון עולם הזה. לא מיבעי מלאכי השרת, אפילו נאצלים הראשונים וואלטען אלץ אוועק געגעבען פאר א אמן יהא שמי'ה רבא פון א אידען, אז ער זאגט בכל כחו כפירושו בכל כוונתו, היינו אז ער איז אינגאנצען אין דעם.

דאס איז געווען דער גאנצער מאמר, און ער האט געפועלט אזא התלהבות והתלהטות בא די הערער, אז א גאנץ יאהר האט מען געזאגט איש"ר [אמן יהא שמי'ה רבא] מיט א ברען.