יום שישי | כג שבט | (תש"ג) |
שיעורים: | חומש: יתרו, שישי עם פירש"י. | |
תהלים: קח-קיב. | ||
תניא: ומזה יוכל - כמ"ש לקמן. |
אמאל ארויסגייענדיק פון זיין חדר, האט דער אלטער רבי אנגעטראפען, ווי די רביצין זאגט צו עטליכע פרויען: "מיינער זאגט".
האט דער רבי געזאגט: מיט איין מצוה בין איך דיינער, מיט מצות וויפל איז מען דעם אויבערשטען'ס. און איז געפאלען אויף דער פריטעלקע און האט זיך פארדבק'עט. אויפכאפענדיג זיך פון דבקות, האט ער געזאגט: צאינה וראינה - אויף ארויסגיין פון זיך און זעהן אלקות, ווערט דאס פון - בנות ציון, מלכות מעוררת ז"א [ זעיר אנפין], לעתיד לבוא וועט זיין אשת חיל עטרת בעלה.