שבת ח אדר א (תש"ג)
שיעורים: חומש: תרומה, שביעי עם פירש"י.
תהלים: מד-מח.
תניא: פרק כח. ואפילו - ממש עמו.

דער אלטער רבי האט אמאל אריינגערופען א יונגערמאן פון דעם מגיד'ס תלמידים, און האט איהם געזאגט - מיט א ניגון, כדרכו -: "איך האב א מצוה פון ולמדתם אותם את בניכם, דו האסט א מצוה פון זן ומפרנס בני ביתו, לאמיר זיך בייטען: איך וועל דיר געבען דו זאלסט קענען מקיים זיין דיין מצוה, און דו לערען מיט מיין זון - דאס איז געווען דער מיטעלער רבי -. און האט איהם מבאר געווען סדר הלימוד: דאס ערשטע לערענט מען אותיות א. ב... וואס איז אן אלף - א פינטעלע פון אויבען, א פינטעלע פון אונטען, א קו באמצע - דאס איז אן אלף. א קינד מוז וויסען, אז דער אלף פון תורה איז דער יוד פון אויבען דער יוד פון אונטען מיט דעם קו פון אמונה וואס באהעפט זיי. נאך א נוסחא איז דא: "א יוד למעלה דאס איז די נשמה, א איד למטה דאס איז דער גוף און א קו של יראת שמים באמצע".