יום רביעי יד שבט (תש"ג)
שיעורים: חומש: בשלח, רביעי עם פירש"י.
תהלים: עב-עו.
תניא: פרק כ"א. והנה - '52' נבואתם.

במנחה אין אומרים תחנון.
בא כ"ק [כבוד קדושת] אבותינו רבותינו הקדושים, איז, לבד דער ענין פון התעוררות רחמים אויף די מקושרים, געווען א עבודה פון דערמאנען בינו לבין עצמו די מקושרים, און אריינטראכטן בענין אהבתם והתקשרותם כמים הפנים, וואס דאס איז מעורר די כחות פנימים פון דעם וואס מ'טראכט וועגען עם, ווי מיר זעהען במוחש, אז מ'קוקט שטארק אויף איינעם מוז ער א קוק טאן, ווייל די הבטה פנימית איז מעורר דעם עצם הנפש, און אזוי איז אויך אין דעם כח המחשבה.