יום שני ג חשון (תש"ד)
שיעורים: חומש: לך לך,שני עם פירש"י.
תהילים: יח-כב.
תניא: וכמדומה.. 'קמב' אמרי פי  .

[המשך שיחה הנ"ל [הנזכר לעיל]]: בראשית איז א פרייליכע סדרה, אפילו דער סוף איז ניט גאר אזוי געשמאק. נח איז דער מבול, אבער א פרייליכער סוף וואך - געבארן געווארן אברהם אבינו. די אמת פרייליכע וואך איז פרשת לך לך, אלע טעג פון דער וואך לעבט מען מיט אברהם אבינו, דער ערשטער וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אויף מפרסם זיין געטליכקייט אויף דער וועלט, און זיין מסירת נפש האט אברהם אבינו איבערגעגעבען בירושה צו אלע אידען.